דער גרויסלאנדאנער אויטאריטעט (ענגליש: Greater London Authority, אדער אין ראשי תיבות GLA) איז דער סטראטעגישער אויטאריטעט איבער דעם געגנט פון גרויסלאנדאן, ענגלאנד. דער אויטאריטעט שליסט איין דעם בירגערמייסטער פון לאנדאן, וואס איז דער עקסעקוטיוו און ווערט דערוויילט אין גלייכע וואלן, און אויך די לאנדאנער אסיפה וואס באשטייט פון 25 מיטגלידער און דינט ווי דער קאנטראלע־קערפער. דער היינטיקער בירגעמייסטער פון לאנדאן איז באריס זשאנסאן.
דער גרויסלאנדאנער אויטאריטעט איז פאראנטווארטלעך אויף דער סטראטעגישע אדמיניסטראציע פון דעם ראיאן פון גרויסלאנדאן וואס באדעקט א שטח פון 1,579 קוואדראט ק"מ. די אדמיניסטראציע פון לאנדאן איז צעטיילט צווישן דעם גרויסלאנדאנער אויטאריטעט און די שטאטראטן פון די לאנדאנער באראס און דער קארפאראציע פון לאנדאן.
דער גרויסלאנדאנער אויטאריטעט איז פאראנטווארטלעך פאר טראנספארט, פאליציי, פייערלעשן, הצלה דינסטן, אנטוויקלונג און סטראטעגישע פלאנירונג איבער גרויסלאנדאן. דאס ווערט אלס אויסגעפירט דורך די פארשידענע קערפער אונטער דעם אויטאריטעט:
גרויסלאנדאן · לאנדאן · סיטי פון לאנדאן | ||
---|---|---|
ראיאן | ||
לאנדאנער באראס | איזלינגטאן · אילינג · בארנעט · בארקינג און דעגנהעם · בעקסלי · בראמלי · ברענט · גריניטש · האונסלא · האמערסמיט און פולהאם · הארוי · הארינגיי · הילינגדן · העווערינג · העקני · וואלטאם פארעסט · וואנדזווערט · וועסטמינסטער · טאר האמלעטס · לאמבעט · לואישעם · מערטאן · נייהעם · סאדארק · סאטן · ענפילד · קאמדן · קינגסטאן · קענזינגטאן און טשעלסי · קרוידן · ריטשמאנד · רעדברידזש |