וואיעוואדעשאפט

מערב פאמעראניע
פאמעראניע
ווארמיע-מאזוריע
פאדלאכיע
לובוש
גרויספוילן
קויאוויע-פאמעראניע
אונטערשלעזיע
אפאלע
שלעזיע
שווענטאקזשיסקיע
לאדזש
מאזאוויע
לובלין
קליינפוילן
אונטער-קארפאטיע

א וואיעוואדעשאַפֿט (פּויליש: województwo) איז דער העכסטער־ראנג פארוואלטונג באצירק, אדער א פראווינץ, פון פוילן. די היינטיקע 16 וואיעוואדעשאפטן פון פוילן זענען פעסטגעשטעלט געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 און האבן די נעמען פון די היסטארישע פראווינצן פון פוילן. די גרעסטע וואיעוואדעשאפט איז מאזאוויע מיט א שטח פון 35,000 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג איבער 5 מיליאן. די וואיעוואדעשאפט מיטן קלענסטן שטח איז אפאלע מיט 10,000 קוואדראט ק"מ, און די קלענסטע באפעלקערונג (1 מיליאן) געפינט זיך אין לובוש.

א וואיעוואדעשאפט ווערט געפירט דורך א גובערנאטאר (דער "וואיוואד"), א געוויילטע פארזאמלונג (דער "סיימיק") און אן עקסעקוטיוו. א וואיעוואדעשאפט ווערט צעטיילט אין גראפנשאפטן ("פאוויאט").

רשימה פון וואיעוואדעשאפטן

וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) הויפטשטאט (אדער שטעט) שטח
(ק"מ)
פויליש
גרויספוילן Wielkopolskie פויזן 29,826
קואיאוויע-פאמעראניע Kujawsko-Pomorskie בידגאש / טארון 17,972
קליינפוילן Małopolskie קראקע 15,183
לאדזש Łódzkie לאדזש 18,219
אונטערשלעזיע Dolnośląskie ווראצלאוו 19,947
לובלין Lubelskie לובלין 25,122
לובוש Lubuskie Gorzów Wielkopolski / Zielona Góra 13,988
מאזאוויע Mazowieckie ווארשע 35,558
אפאלע Opolskie אפאלע 9,412
פאדלאכיע Podlaskie ביאליסטאק 20,187
פאמעראניע Pomorskie דאנציג 18,310
שלעזיע Śląskie קאטאוויץ 12,333
אונטער-קארפאטיע Podkarpackie ריישע 17,846
שווענטאקזשיסקיע Świętokrzyskie קעלץ 11,711
ווארמיע-מאזוריע Warmińsko-Mazurskie אלשטין 24,173
מערב פאמעראניע Zachodniopomorskie שטעטין 22,892

וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וואיעוואדעשאפט