|
די טשערנאוויצער גובערניע (אוקראיניש: Чернівецька область, טשערניוועטסקא אבלאַסט; רומעניש: Regiunea Cernăuți) איז אן אבלאסט (גובערניע) אין מערב אוקראינע. די הויפטשטאט פון דער גובערניע איז די שטאט טשערנאוויץ. די גובערניע גרענעצט מאלדאווע און רומעניע.
טשערנאוויץ גובערניע באדעקט א שטח פון 8.097 ק"מ². זי איז קלענסט גובערניע אין אוקראינע, מיט 1.3% פון דער אוקראינישער טעריאטריע.
אן דער גובערניע געפינען זיך 75 טייכן לענגער פון 10 קילאמעטער. די לענגסטע טייכן זענען די נעסטער (290 ק"מ), פרוט (128 ק"מ) און סירעט (113 ק"מ). טשערנאוויץ גובערניע גרענעצט סטאניסלאוו גובערניע, טארנאפאל גובערניע, כמעלניצקי גובערניע, וויניצע גובערניע, רומעניע, און מאלדאווע.
די גובערניע איז געשאפן געווארן אין דער אוקראינישער סאוועטישער סאציאליסטישער רעפובליק דעם 9טן סעפטעמבער, 1940, נאך דער סאוועטער אקופאציע פון בעסאראביע און צפון בוקאווינע.
די גובערניע אנטהאלט טיילן פון דריי היסטארישע ראיאנען: בוקאווינא, בעסאראביע און דאראהאי קאנט פון מאלדאוויע.
אדמיניסטראטיווע אפטיילן פון טשערנאוויצער גובערניע, אוקראינע | ||
---|---|---|
אדמיניסטראטיווער צענטער: טשערנאוויץ | ||
ראיאנען | ||
שטעט | ||
שטעטלעך | ||
דערפער |