ברוקליןדיסטריקט אטוירניטשארלס היינס קומט אונטער קריטיק פארן דערשטיקן אלע קאמפלעינטס פון היימישע קינדער פון חדרים. ער איז קארופטירט אויס פחד נישט צו פארלירן די היימישע וואל כוח, און געבט איבער אלע קאמפלעינטס פאר א בית דין צו דערשטיקן די קרבנות און זיי אפשרעקן פון רעדן.
פעטער פון שלמה דוועק - וואס איז באשולדיגט אין ארויסשווינדלען 25 מיליאן דולר פון א באנק - טענה'עט איין מיט די ריכטער אז באדענס אין ווערט פון מיליאנען וואס די ריכטער האט איינגעפרוירן געהערן גאר צו אים און נישט צו שלמה דוועק. (עי. פי. פי.)
זון פון הרב אייזעק דוועק שליט"א, ראש ישיבה פון דיעל ישיבה, און רב און גרינדער פון די ארטיגע חרדישע קהילה און מוסודת התורה, פון די רייכע רעזארט געגענט, "דיעל" ניו זערסי. דרייט אן מעכטיגע ריעל עסטעיט שווינדל סקאנדאל, בארגט שווערע מיליאנען פון ספרדישע עשירים, און קויפט איבער 60 שטחים פאר קעש, דורכאויס ניו זערסי, איצט האט דער באלון געקראכט, מיט איין באונסט טשעק פון 25 מיליאן דולער. (עי.פי.פי.)
ק
ר' זשאזש גוטמאן דער גרינדער פון דאמבוי האט עס געקויפט פאר 25 מיליאן דולער, און האט דאס געברויכט צו פארקויפן פאר ר' ברוך זינגער, דער סלאמלארד פון הארלעם פאר 400 מיליאן דולער.
ר' משה רובאשקין, פירער פון קרוינהייטס קהילה, פארלענגערט וואלן פאר רבנים צום קרוינהייטס בית דין, נאך פראטעסטן און אומרוען פון אנהענגער פון רב שוויי וואס איז דערקעגן; רב אזדאבא ציעט צוריק פון אפשטיפונג און קומט אליינס שטימען; רובאשקין ערלקערט, איבער 600 שטימען טראץ טעראר; משיחסטען זענען דערקעגן. (חבד אונליין)
וויקיפעדיע ווערט הויפט געצייג אין די פאליטיק פון די קומענדע וואלן אין אמעריקע; זשימי וועילס ווארענט: יעדער איינער קען פרייערהייט באארבייטען, אבער אויב עס איז נישט נייטראל וועט מען יענעם אויפדעקן און באשמוצען. (טיימס)