סוכות (חג האסיף - הארבסט פייערונג) - איז אַ יִידישע זיבן טאגיגע פייערונג, פון ט"ו תשרי ביז כ"א תשרי. גלייך נאך סוכות געפאלט דער יום טוב שמיני עצרת.
עס הייסט אויך חג האסיף דער יום טוב פון הארבסט וואס מען טוט איינזאמעלן די תבואה.
עס געפאלט אין חודש "תשרי", פיר טעג נאך יום כיפור.
דער ערשטער טאג (אין חוץ לארץ די ערשטע צוויי טעג) פון סוכות איז א יום טוב, און די איבעריגע טעג זענען חול המועד.
סוכות עסט מען און שלאפט מען אין דער סוכה.
די תורה גיט דעם טעם פאר דער מצווה פון סוכה, א זכר צו די סוכות בהן ישבו בני ישראל במדבר:
ס'איז פאראן צוויי טייטשן פון די סוכות: טייל לערנען אז די סוכות אין וואס דער אייבערשטער האט אריינגעלעגט די יידן אין מדבר זענען געווען עכטע סוכות (אבן עזרא, רשב"ם), אנדערע לערנען אבער אז סוכות דא מיינט מען די ענני הכבוד— די ערע וואלקנס—וואס האבן געשיצט די יידן אין מדבר (אונקלוס, רש"י, רמב"ן).
סוכות איז א ספעציעלער זמן פון דערהויבנקייט און פרייד וואס מען זאגט הלל און מאכט שמחת בית השואבה, אויך נעמט מען די קינדער פאר אויספלוגן, און זאאס צו מאכן זיי פריילעך.
ייִדישע צײַטן און ימים טובים |
שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת - שמחת תורה | חנוכה עשרה בטבת | ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | פסח שני | ל"ג בעומר שבועות | שבעה עשר בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | חמשה עשר באב |