Windows Vista Home Basic - א גרונדענע ווערסיע פון ווינדאס פארן הויז וואס קומט נישט מיט נעצווערק קאנפיגוראציעס און די AERO אינטערפעס.
Windows Vista Home Premium - די ווערסיע איז אויך פאר הויזלעכע באניצערס, אבער דאס דינט אויך ווי א מעדיע צענטרום אויף צו ארגאניזירן מולטימעדיע, ווידעא-באארבעטן און נאך.
Windows Vista Business - די ווערסיע איז ענדלעך צום Windows XP Professional וואס דינט פאר ביזנעס אין ביורא אדער אין הויז. אין די ווערסיע פעלט געוויסע מעדיע פונקציעס וואס דער Home Premium האט.
Windows Vista Enterprise - די ווערסיע איז געמאכט פאר גרויסע ביזנעס געשעפטן וואס האט אין זיך פארגעשריטענע פונקציעס. (קומט מיט א Bitlocker).
Windows Vista Ultimate - די ווערסיע האט אין זיך אלע פריעריגע פונקציעס.